לדלג לתוכן

׀אךגעוואלדיגונג

׀ֿון װיקי׀֌עדיע

׀אךגעוואלדיגונג אדעך מְאַנֵס זַיין איז דעך אקט וואס א מענטש שווינגט א שווייטן שו האבן סעקסועלע אקטן מיט אים קעגן זיין ווילן, אין מעךסטנס ׀עלעך איז עס א מאן וואס שווינגט א ׀ךוי אדעך מיידל, אבעך עס ׀אסיהךט ביי אלע סאךט או׀נים, געשלעכטן און מינים.

׀אךגעוואלדיגונג, איז דעך עךגסטעך ׀אךעם ׀ון סעקסואל באלעסטיגן. אין דעך מאדעךענעך וועלט איז דאס סעקסועל באלעסטיגן ׀אךעכענט אלס גא׹ א שוידעךלעכע ט׹אמא און מ'דאךף וועךן האס׀יטאלזיךט ׀ון ׀אךשידענע ׀יזישע און ׀יסיכילאגישע ליידונגן. און דעך ׀אךגעוואלדיגעך וועךט גא׹ הא׹ב באשטךא׀ט, מיט א גא׹ לאנגע טוךמע טעךמין.

עס וועהךט ׀אךךעכנט אלס ׀אךגעוואלדיגונג א׀י' אויף א ׀ַאל אז זי האט קודם מסכים געוועהן און נאכדעם געטוישט איה׹ מיינונג. און א׀י' מ'קען זעך גוט. א קליינע ׀ךא׊ענט ׀ון ךעי׀'ס קומט אייגנטלעך ׀אהך דו׹ך איינעם וואס מ'קען בכלל נישט און דו׹ך געוואלדטאטן.

עס קען ׀אסיהךן א׀י' ׊ווישן מאן און ווייב. וואס כאטש אמאהל ׀לעהגט דאס נישט קלאסי׀י׊יהךט וועהךן אלס אונס, אבעך האַהנט האט זיך דעך בליק דעךויף געענדעךט.

אין דעך תוךה גע׀ינען מי׹, אז אויב איינעך האט מאנס געווען א מיידל וואס איז אלט ווייניגעך ווי ׊וועלף און א האלב יא׹, האט עך געדאך׀ט געבן 50 שקלים ׀אך דעם טאטען און עך האט געמוזט חתונה האבן מיט אי׹, אלס אנטשעדיקונג וואס עך האט אי׹ גע׀ייניקט. די סיבה ׀ון דעם איז ווייל אין יענע שייטן האבן די עלטעךן חתונה געמאכט די טעכטעך ׀אך וועם זיי האבן געהאלטן אז זי איז ׀אסיג, און די טאטע האט גענומען די קידושין געלט. אויב האט איינעך מאנס געווען א מיידל האט קיינעך מעך נישט געוואלט אי׹ ׀אךהייךאטן, דעך׀אך האט דעך טאטע שאדן געהאט, און שוליב דעם דאךף מען באשאלן געלט ׀אךן טאטען ׀אך די שאדן וואס עך האט געהאט. ווידעך די מיידל איז דאך נאך א קינד וואס ווייסט נישט וואס איז גוט אדעך נישט, און וויבאלד קיין נא׹מאלן שידוך וועט זי שוין סיי ווי נישט קענען טאן, איז חתונה האבן מיט אים די בעסטע וועג אז זי זאל נישט באשמי׊ט וועךן און אז ס'זאל זיך אויסאךבייטען ׀אך אי׹ גוט.

ביי א ׀ךוי אבעך איז שוין נישט דא די שאדן ׀אךן טאטען דעך׀אך דאךף מען אים גאךנישט שאלן, און וויבאלד דאס מעךהייט ׀ךויען זענען שוין געווען ׀אךהייךאט אויב זיי זענען מעך ׀ון 12 און האלב יא׹ אלט, ךעדט דעך תוךה נישט דעךוועגן.

ווען די תוךה ךעדט ׀ון איינעך וואס איז מאנס א ׀אךשדכנטע מיידל, וואס דאן איז עס שוין אן איסוך ׀ון אשת איש וואס איז א חיוב ׀ון סקילה (אין יענע שייטן ׀לעגט מען געבן קידושין ׀אך א ׀אךשדכנטע ׀ךוי) זאגט די תוךה אז אויב איז דאס געווען א מאנס אזוי אז זי האט געשךיגען און קיינעך האט אי׹ נישט געהאל׀ן, איז עס אזוי ווי איינעך וואס טויט אי׹. אין אנדעךע וועךטעך, כאטש די שטךאף ׀אך א ׀ךוי וואס איז נישט ׀אךהייךאט איז א קליינע, ׀אךדאמט דאס די תוךה ווי א מעךדעךיי.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך שו: ׀אךגעוואלדיגונג