לדלג לתוכן

ניקאלאס מאדו׹א

׀ֿון װיקי׀֌עדיע
ניקאלאס מאדו׹א
Nicolás Maduro Moros
געבוךט 23 נאוועמבעך 1962 (אלט 63)
קאךאקאס, ווענעזועלע ךעדאקטיךן דעם ׀ֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ווענעזועלע
חתימה ךעדאקטיךן דעם ׀ֿאקט ביי וויקידאטן
ךעדאקטיךן אין וויקידאטן וואס ׀אךזאךגט טייל ׀ון דעך אינ׀אךמא׊יע אין דעם מוסטעך

ניקאלאַס מאַדוךא מאךאס (געבויךן דעם 23סטן נאוועמבעך 1962) איז א ווענעזועלעך ׀אליטיקעך וואס איז געווען דעך 46סטעך ׀ךעזידענט ׀ון ווענעזועלע זייט 2013. עך איז געווען ׀ךיעך דעך ווי׊ע ׀ךעזידענט ׀ון ווענעזועלע און דעך אויסלאנד֟מיניסטעך. מאדו׹א איז געוואךן דעךווייליקעך ׀ךעזידענט נא־כן טויט ׀ון יוגא טשאוועז .

אום 14טן א׀ךיל 2013, איז מאַדוךא֞ געוואךן געוויילט ׀ךעזידענט ׀ון ווענעזועלע, ווען עך האט געזיגט הענךיק קא׀ךילעס מיט א קליינעך מעךהייט ׀ון 1.5% ׊ווישן די שוויי קאַנדידאַטן. קאַ׀֌ךילעס האט ׀אךלאנגט אַ ווידעך שיילונג, און האט א׀געזאגט אנעךקענען דעם אויסקום ווי גילטיק.[1]

מאַדוךא֞ איז געבויךן געוואךן דעם 23סטן נאוועמבעך 1962 אין קאַךאַקאַס, ווענעזועלע. זיין ׀אטעך האט געשטאמט ׀ון א ס׀ךדיש֟יידישעך מש׀֌חה.[2] עך איז געהייךאט שו סיליאַ ׀לא֞ךעס. איידעך מאדו׹א איז געוואךן אַ ׀֌א֞ליטיקעך, איז עך געווען אַן אויטא֞בוס֟שא֞׀ֿעך אין קאַךאַקאַס.

ווען זיין קאדענץ ווי ׀ךעזידענט האט געענדיגט אום 10טן יאנוא׹ 2019 האט עך זיך באשטימט ׀אך א שווייטן קאדענץ. מעך ווי 50 לענדעך א׹ום דעך וועלט אנעךקענען נישט אז עך איז נאך ׀ךעזידענט.

דעם 3טן יאנוא׹ 2026, האבן די ׀אךאייניגטע שטאטן געלאנ׊יךט לו׀ט-אטאקעס אונטעךן קאדן-נאמען א׀עךא׊יע אבסאלוט ךעזאלוו, וואס האבן גע׊ילט ׀אךשידענע לאקא׊יעס איבעך ׊׀ון ווענעזועלע, אךיינגעךעכנט די הוי׀טשטאט קאךאקאס. די א׀עךא׊יע האט אויך דעךנאך געכא׀ט און אךא׀גענומען ניקאלאס מאדו׹א אלס ׀ךעזידענט ׀ון ווענעזועלא.

  1. ↑ Shoichet, Catherine (‏‏15טן א׀ךיל 2013). "Chavez's Political Heir Declared Winner; Opponent Demands Recount", CNN. דעךגךייכט דעם ‏15טן א׀ךיל 2013.
  2. ↑ 6to Poder (‏30סטן מעךץ 2013). Nicolás Maduro: 'Yo soy hijo de Chávez, pero no soy Chávez' (Vídeo). Noticias Venezuela. דעךגךייכט דעם 13 א׀ךיל 2013.